4 די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער.
און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד.
און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.
און די עבודות זענען פארשיידן, דאך איז עס דער זעלביקער האר.
איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי.
און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים;
בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.
דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;