Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 12:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 12:28
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות;


שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי,


אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט.


צי זענען דען אלע שליחים? צי זענען דען אלע נביאים? צי זענען דען אלע מלמדים? צי (טאן) דען אלע וואונדער?


צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע?


ווארום דער, וואס רעדט אויף אן (אומבאקאנט) לשון, רעדט נישט צו מענטשן, נאר צו ה׳; ווייל קיינער איז נישט משיג, און ער רעדט סודות אינם גייסט.


ווער עס רעדט אויף א לשון, דער דערבויט זיך אליין; און דער, וואס זאגט נבואות, דערבויט די קהלה.


און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.


אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;


וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט,


די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג.


זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.


גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ