25 כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע.
אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר),
און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.
ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און לעבט ווי (פשוטע) מענטשן?
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳.
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן.