Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 12:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 12:18
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר.


האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!


ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.


און האבנדיק פארשיידענע מתנות לויט דעם חסד, וואס איז אונדז געגעבן געווארן, אויב נבואה, (לאמיר נבואות זאגן) לויט דער מאס פון אונדזער אמונה;


דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.


אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח?


און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף?


אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר),


און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.


ה׳ אבער גיט אים א גוף, ווי ער וויל, און יעדן איינעם זאמען זיין אייגענעם קערפער.


וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.


פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון,


באקאנט מאכנדיק צו אונדז דעם סוד פון זיין רצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואס ער האט פון פריער באשלאסן אין אים,


ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ