16 און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער?
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.
אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער?
אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח?
נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק.
גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;