Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 12:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 12:11
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר.


טאר איך דען נישט טאן מיט מיין אייגנס, וואס איך וויל? אדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בין גוט?


האט יוחנן געענטפערט און געזאגט: קיין מענטש קען זיך גארנישט נעמען, אויב עס איז אים נישט געגעבן געווארן פון הימל.


דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.


ווארום ווי דער פאטער וועקט אויף די טויטע און מאכט לעבעדיק, אזוי אויך מאכט דער זון לעבעדיק וועמען ער וויל.


און האבנדיק פארשיידענע מתנות לויט דעם חסד, וואס איז אונדז געגעבן געווארן, אויב נבואה, (לאמיר נבואות זאגן) לויט דער מאס פון אונדזער אמונה;


אזוי ארום איז ער בארמהערציק צו וועמען ער וויל, וועמען אבער ער וויל, פארהארטעוועט ער.


איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט.


די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער.


און די ווירקונגען, זענען פארשיידן אבער דער זעלביקער ה׳, וועלכער ווירקט אלץ אין אלעם.


נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות.


איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי.


מיר אבער וועלן זיך נישט בארימען אָן א מאס, נאר לויט דעם מאסשטאב, וועלכן ה׳ האט אונדז אויסגעטיילט, ווי א מאס צו דערגרייכן אפילו ביז צו אייך.


אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון;


נאר יעדן איינעם פון אונדז איז דער חסד געגעבן געווארן לויט דער מאס פון דעם משיחס מתנה.


בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.


פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ