7 ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחייב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן.
איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳.
ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די האר), זאל זי זיך פארהילן.
און וואס שייך טיטוסן, איז ער מיין חבר און מיטארבעטער צווישן אייך; און וואס שייך אונדזערע ברידער, זענען זיי שליחים פון קהלות, משיחס כבוד.
מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט.