6 ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די האר), זאל זי זיך פארהילן.
און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.
און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט.
ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחייב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן.