5 און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט.
און עס איז געווען א נביאה, חנה בת פנואל, פונם שבט אשר. זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זייער טיפע עלטער, האבנדיק געלעבט מיט א מאן זיבן יאר פון איר יונגפרוישאפט אָן,
און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳, איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם); און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן, און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות, און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,
דער דאזיקער (פיליפוס) האט געהאט פיר טעכטער בתולות, וועלכע האבן נבואות געזאגט.
יעדער מאן, ווען ער טוט תפילה אדער זאגט נבואות און זיין קאפ איז צוגעדעקט, פארשעמט זיין קאפ.
ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די האר), זאל זי זיך פארהילן.
אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט.