30 צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט).
ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;
און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
ווארום ווער עס עסט און טרינקט אומווירדיק, דער עסט און טרינקט א משפט פאר זיך, ווייל ער האט נישט געמאכט קיין הבדל צווישן דעם הארס גוף.
אויב אבער מיר וואלטן זיך אליין אויסגעפארשט, וואלטן מיר נישט געמשפט געווארן.
ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט.
אָט זאג איך אייך א סוד: נישט אלע וועלן מיר איינשלאפן, נאר מיר וועלן אלע פארענדערט ווערן.
ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים.
וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.