Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 11:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 11:26
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין.


זאגט יהושע/ישוע צו אים: אויב איך וויל ער זאל בלייבן, ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? דו פאלג מיר נאך.


און דאס דאזיקע ווארט איז ארויסגעגאנגען צווישן די ברידער, אז יענער תלמיד וועט נישט שטארבן; יהושע/ישוע אבער האט נישט געזאגט צו אים, אז ער וועט נישט שטארבן, נאר: אויב איך וויל, אז ער זאל בלייבן ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן?


וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.


און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען.


דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.


ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל;


ווען ער וועט קומען פארהערלעכט צו ווערן אין זיינע קדושים, און באוואונדערט צו ווערן אין אלע מאמינים—ווייל אונדזער עדות זאגן איז פון אייך געגלויבט געווארן—אין יענעם טאג.


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.


און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.


און אויף די דאזיקע האט אויך נבואות געזאגט חנוך, דער זיבעטער פון אדם, אזוי צו זאגן: זע, דער האר איז געקומען מיט זיינע צענער טויזנטער קדושים,


זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.


דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ