20 און ווען איר קומט זיך צוזאמען, איז עס נישט כדי צו עסן די סעודה פון דעם האר;
און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,
און אנזאגנדיק אייך דאס דאזיקע, לויב איך אייך נישט, ווייל איר קומט זיך צונויף נישט צום בעסערן, נאר צום ערגערן.
ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך.
ווארום יעדער איינער נעמט פארויס זיין אייגן מאלצייט בשעת דעם עסן; און איינער איז הונגעריק, און אן אנדערער איז שכור.
נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.
ליידנדיק דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; (זיי), וואס האלטן עס פאר א תענוג זיך צו לאזן פרעסן בייטאג, (זענען) פלעקן און פעלערן, שכורן זיך אָן הוליען אין זייערע שקרים, עסנדיק (און טרינקענדיק) מיט אייך;
די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע;