2 איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן.
און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער.
און אנזאגנדיק אייך דאס דאזיקע, לויב איך אייך נישט, ווייל איר קומט זיך צונויף נישט צום בעסערן, נאר צום ערגערן.
צי האט איר דען נישט קיין הייזער, (וואו) צו עסן און טרינקען? אדער זענט איר מבזה די קהלה פון ה׳? און פארשעמט די, וואס האבן נישט? וואס זאל איך אייך זאגן? זאל איך אייך לויבן? פאר דעם לויב איך אייך נישט.
דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט.
אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה.
נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות.
און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש;
איצט אבער ווען טימאטעוס איז געקומען צו אונדז פון אייך, און אונדז אנגעזאגט די גוטע נייעס וועגן אייער אמונה און ליבע, און אז איר געדענקט אונדז שטענדיק צום גוטן, בענקענדיק אונדז צו זען, ווי מיר אייך,
שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.
און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז.