Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 11:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 11:19
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט!


און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: עס איז אומפארמיידלעך, אז מיכשולים זאלן נישט קומען; וויי איז אבער צו דעם, דורך וועמען זיי קומען!


און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.


נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).


און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך.


נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;


ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;


און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.


מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.


און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,


און ווען איר קומט זיך צוזאמען, איז עס נישט כדי צו עסן די סעודה פון דעם האר;


ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;


עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות,


א מענטשן וועלכער ברענגט אריין כיתות, מייד אויס נאך אן איינמאליקער אדער צוויימאליקער ווארנונג,


פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ