10 דערפאר איז די פרוי מחייב צו האבן (א צייכן פון מאנס) הערשאפט אויפן קאפ פאר די מלאכימס וועגן.
גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר.
אויך איז דער מאן נישט באשאפן געווארן צוליב דער פרוי, נאר די פרוי צוליב דעם מאן;
צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?