30 אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה?
זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג;
דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.
צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?