21 איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים.
קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון.
דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח?
ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער?