17 ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט.
אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים.
ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.
און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער.
אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,
פון וועמען דער גאנצער גוף, זייענדיק צוזאמענגעפאסט און צוזאמענגעבונדן, דורך אלע געלענקען, וואס (איינס) העלפט (דאס אנדערע), וואס לויט דעם כוח אין מאס פון יעדן אבר באזונדער, מאכט וואקסן דעם גוף, זיך אויפצובויען אין ליבע.
דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן.
איין גוף און איין גייסט, ווי איר זענט אויך גערופן געווארן אין איין האפענונג פון אייער רוף;
און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.
וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.