15 איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג.
דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט.
דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח?
משפט איר ביי זיך אליין: איז עס שיין, אז א פרוי זאל תפילה טאן צו ה׳ אומפארהילטערהייט?
ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).
מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה.
צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער?
און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף.
פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;