Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 1:8
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם.


אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן.


ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.


צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,


ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.


וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז.


איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר.


ווארום מיר שרייבן אייך נישט עפעס אנדערש, נאר ווי איר לייענט אדער פארשטייט, און איך בין בטוח, אז איר וועט עס פארשטיין ביז צום סוף;


אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.


און דער, וועלכער האט אונדז צוזאמען מיט אייך געגרונטפעסטיקט אין דעם משיח און אונדז געזאלבט, איז ה׳,


כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער.


כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח,


זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;


האט ער איצט שלום מאכן אין דעם גוף פון זיין פלייש דורך דעם טויט, כדי אייך פארצושטעלן פאר אים הייליק און אָן א מום און אומשולדיק;


איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב.


כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים.


ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט.


אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;


געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.


צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.


זאל אים דער האר (יהושע/ישוע) געבן, אז ער זאל געפינען רחמים ביים האר (ג‑ט) אין יענעם טאג—און וויפל ער האט מיר געדינט אין עפעזוס, ווייסטו גאנץ גוט.


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.


דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ