22 און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה,
און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון.
און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל.
אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך!
די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן?
און די פרוי האט איבערגעלאזט איר וואסער קרוג, און איז אוועק אין שטאט אריין, און זאגט צו די מענטשן:
און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.