16 און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש.
וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.
און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.
און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית.
כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען.
און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים,
און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען.