Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




טיטוס בריוו 1:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.

Gade chapit la Kopi




טיטוס בריוו 1:9
24 Referans Kwoze  

שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.


האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים,


פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;


דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.


וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.


ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;


פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;


איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.


דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען.


געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.


וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת,


און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.


באגלויבט איז דאס ווארט, און ווערט אינגאנצן אנגענומען צו ווערן;


האבנדיק אמונה און א גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האבן אוועקגעשטויסן פון זיך און געליטן שיפבראך בנוגע דער אמונה;


ווארום מיטן גאנצן כוח האט ער געהאלטן וויכוחים מיט די יידן, אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כתבי (הקודש), אז יהושע/ישוע איז דער משיח.


ווען אבער אלע זאגן נבואות, און עס קומט אריין עמיצער אן אומגלויביקער אדער א הדיוט, ווערט ער פון אלעמען געמוסרט, פון אלעמען (ריכטיק) געמשפט;


דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite