Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 9:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 אויך נישט, ווייל זיי שטאמען פון אברהמען זענען אלע קינדער, נאר: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען. (בראשית כא, יב.)

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 9:7
11 Referans Kwoze  

צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען;


נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה.


ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;


ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי?


און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן!


און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


איר אבער, ברידער, ווי יצחק, זענט קינדער פון דער הבטחה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite