Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 8:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 ווארום איך האלט, אז די עינויים פון דער איצטיקער צייט זענען נישט ווערט פארגלייכט צו ווערן מיט דעם כבוד, וואס וועט אנטפלעקט ווערן צו אונדז.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 8:18
15 Referans Kwoze  

נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין.


ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;


צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים;


ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.


און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite