14 ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.
אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ.
וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.
ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
און וועל זיין צו אייך א פאטער, און איר וועט זיין צו מיר זין און טעכטער, זאגט דער האר (ג‑ט), דער אלמעכטיקער. (ירמיהו לא, ח; לב, לח.)
און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!
ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.
דאס באטייט, אז נישט די קינדער פונם פלייש זענען ה׳ס קינדער, נאר די קינדער פון דער הבטחה ווערן פאררעכנט ווי זאמען.
פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון,
און עס וועט זיין, אז אויף דעם ארט, וואו עס איז געזאגט געווארן צו זיי: איר זענט נישט מיין פאלק, אז דארט וועלן זיי גערופן ווערן קינדער פונם לעבעדיקן ג‑ט. (הושע ב, כה.)
וואויל איז די, וואס מאכן שלום; ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג,
און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.