12 אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
מיר אבער ווייסן, אז די תורה איז גוט, ווען עמיצער באנוצט זי לויט דער תורה,
ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט.