Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 6:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 6:4
33 Referans Kwoze  

דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!


און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער;


איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.


דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;


וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים.


ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך.


אדער ווייסט איר נישט, אז מיר אלע, וואס זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח יהושע/ישוע, זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צו זיין טויט?


ווער עס זאגט, אז ער בלייבט אין אים, דער איז מחייב צו לעבן אזוי, ווי ער האט געלעבט.


און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה.


און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.


דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,


איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה.


זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?


אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.


איר הארן, גיט אייערע קנעכט דאס, וואס איז גערעכט און יושרדיק, און זייט וויסן, אז אויך איר האט א האר אין הימל.


ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט—


דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.


דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות.


אבער אויב מיר זענען געשטארבן מיט משיחן, גלויבן מיר, אז מיר וועלן אויך לעבן מיט אים;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite