Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 5:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 5:6
30 Referans Kwoze  

אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.


און אייך, וואס זענען געווען טויט אין זינד און אין דעם ערלהצושטאנד פון אייער פלייש, אייך האט ער לעבעדיק געמאכט מיט אים, מוחל זייענדיק אונדז אלע עבירות;


ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;


וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט.


ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין.


ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,


וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים,


ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,


וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,


ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


צו טאן משפט קעגן אלעמען, און צו שטראפן אלע רשעים וועגן אלע זייערע מעשים פון רשעות, וואס זיי האבן רשעותדיק געטאן, און וועגן אלע הארטע זאכן, וועלכע ג‑טלאזע זינדער האבן גערעדט אנטקעגן אים.


די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.


און אזוי וועט כל ישראל ווערן דערלייזט, ווי עס שטייט געשריבן: דער גואל וועט קומען פון ציון, ער וועט אפווענדן ג‑טלאזיקייט פון יעקב.


ווייל זיי האבן אייך געזאגט: אין דער לעצטער צייט וועלן זיין אפשפעטער, וועלכע לעבן לויט זייערע רשעותדיקע תאוות.


ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן.


ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.


און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.


ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite