24 נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר,
אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
וואס גלויבן דורך אים אין ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים געגעבן כבוד; כדי אייער אמונה און בטחון זאל זיין אויף ה׳.
ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע;
ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן.
ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.
דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות.