20 און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳,
און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳).
דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור.
וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך.
דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.
און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן.
און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.
צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה.