7 אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא?
חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)
האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;