Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 3:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 א סך אויף יעדן פאל—קודם כל טאקע ווייל צו זיי (די יידן) איז אנפארטרויט געווארן דאס וואס ה׳ האט גערעדט.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 3:2
29 Referans Kwoze  

וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות;


ער איז עס, וואס איז געווען אין דער עדה אין דער מדבר מיט דעם מלאך, וועלכער האט גערעדט צו אים אויפן בארג סיני, און מיט אונדזערע עלטערן; ער האט באקומען דברים חיים צו געבן צו אונדז;


ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים.


ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט.


אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.


און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן);


נאר להיפך, ווען זיי האבן געזען, אז מיר איז אנפארטרויט געווארן די גוטע בשורה צו די ערלים, פונקט אזוי, ווי פעטרוסן צו די געמלטע—


ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.


און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?


און קענסט זיין רצון און, ווייסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס, זייענדיק געלערנט אין דער תורה,


וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש,


איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.


דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite