10 אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך;
כדי די אויספרובירונג פון אייער אמונה זאל געפונען ווערן פיל מער ווערט ווי גאלד, וואס פארגייט, הגם עס ווערט אויסגעפרובירט דורך פייער, פאר א לויב און הערלעכקייט און כבוד ביי דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;
ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.
ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום;
צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;
זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.
זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק;
ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.
זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,
ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.
ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.
און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד,
אדער, צי האט דען נישט דער טעפער א רשות איבערן ליים צו מאכן פון דער זעלביקער מאסע א געפעס צו כבוד און א געפעס צו אומכבוד?
נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים.
אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד.
און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים.
אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן.
וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
און אויב דאס הויז איז ראוי זאל אייער שלום קומען דערויף, אויב אבער עס איז נישט ראוי זאל אייער שלום זיך אומקערן צו אייך.
און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט.
שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.
אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.
דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט,