Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 16:25 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

25 צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 16:25
42 Referans Kwoze  

נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן;


אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.


באקאנט מאכנדיק צו אונדז דעם סוד פון זיין רצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואס ער האט פון פריער באשלאסן אין אים,


צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


אויב אבער אונדזער גוטע בשורה איז דאך פארהוילן, איז זי פארהוילן פון די, וועלכע ווערן פארלוירן;


און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם;


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;


געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.


און פאר מיר, אז עס זאל מיר געגעבן ווערן א ווארט ביים אויפמאכן מיין מויל, כדי מיט דרייסטקייט מגלה צו זיין דעם סוד פון דער גוטער בשורה,


איך בין אבער ארויפגעגאנגען לויט אן אנטפלעקונג; און האב פארגעלייגט פאר זיי די גוטע בשורה, וואס איך רוף אויס צווישן די אומות העולם, און בפרט באזונדער פאר די חשובים, כדי איך זאל נישט לויפן אומזיסט, אדער האבן געלאפן.


ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.


רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;


און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.


און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.


כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים; איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס. (תהלים עח, ב.)


מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.


וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,


פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן;


אזוי זשע זאל אונדז (יעדער) מענטש באטראכטן, ווי משרתים פונם משיח און ווי פארוואלטער פון די סודות פון ה׳.


ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.


כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים.


ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;


דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.


כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח,


תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;


נאר אין די טעג פון דעם קול פון דעם זיבעטן מלאך, ווען ער וועט בלאזן, וועט פארענדיקט ווערן דער סוד פון ה׳, ווי ער האט מבשר געווען צו זיינע קנעכט, די נביאים. (דניאל יב, ו-ז.)


זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite