23 גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן;
און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס.
און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.
און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.
דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.