22 איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר.
זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט.
דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט.
גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר.
און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.
דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך.
איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.