5 און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע;
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים.
און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.
איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.
איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר.
מאכט מיין שמחה פול, אז איר זאלט דענקען דאס זעלביקע, האבנדיק די זעלביקע ליבע, זייענדיק אייניק, האבנדיק איין מחשבה;
נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,
און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן,
דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.
און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.
דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.
ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.)
וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;
נאר ה׳, וועלכער טרייסט די שפלדיקע, האט אונדז געטרייסט מיט טיטוסנס אנקומען;