Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 13:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און דאס דאזיקע זאלט איר טאן, קענענדיק די צייט, אז די שעה איז שוין אנגעקומען, אויפצושטיין פון שלאף; ווארום איצט איז אונדזער ישועה נענטער, ווי ווען מיר האבן אנגעהויבן צו גלויבן.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 13:11
25 Referans Kwoze  

אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;


ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער: וואך אויף, דו שלאפנדיקער, און שטיי אויף פון די טויטע, און דער משיח וועט דיך באלויכטן! (ישעיהו ס, א.)


ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.


דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!


ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.


זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.


דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל.


און אינדערפרי: היינט וועט זיין שטורמדיק, מחמת דער הימל רויטלט זיך און איז טריב. דאס אויסזען פון הימל פארשטייט איר אונטערצושיידן; נאר די צייכנס פון דער צייט קענט איר נישט!


זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט.


דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.


אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,


קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה.


וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.


און ער האט צו מיר געזאגט: פארחתמע נישט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר; ווארום די צייט איז נאענט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite