18 אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן.
יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.
וואויל איז די, וואס מאכן שלום; ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.
זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס, זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ.
ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.
און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך.
און זייט פלייסיק אפצוהיטן די אחדות פון דעם גייסט אין דעם קנופ פון שלום:
וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין; ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
אויב אבער דער אומגלויביקער וויל זיך שיידן, זאל ער זיך שיידן: אין אזעלכע פאלן איז דער ברודער אדער די שוועסטער נישט קנעכטיש געבונדן; דען ה׳ האט אייך גערופן (צו לעבן) בשלום.
זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן.
אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים.