15 פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.
און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.
געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.
און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר.
וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;
ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען;
ווער איז שלאף, און איך בין נישט שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן?
און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה.
און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.
איך האב אים דעריבער מער איילנדיק געשיקט, כדי איר זאלט זיך פרייען, ווידער זעענדיק אים, און איך זאל זיין אָן זארג.