Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 11:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 11:14
19 Referans Kwoze  

ווארום וואס ווייסטו, פרוי, אפשר וועסטו ראטעווען דעם מאן? אדער וואס ווייסטו, מאן, אפשר וועסטו ראטעווען דיין ווייב?


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש,


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.


ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.


דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן.


זאלט איר וויסן זיין, אז ווער עס קערט אום א חוטא פון זיין פאלשן וועג, דער איז מציל זיין נפש פונם טויט און וועט פארדעקן א מאסע זינד.


איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;


איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ;


אבער איך זאג: צי האט דען ישראל נישט געוואוסט? שוין משה זאגט: איך וועל אייך מאכן אייפערן מיט דעם, וואס איז נישט קיין פאלק, מיט א נאריש פאלק וועל איך אייך דערצערנען. (דברים לב, כא.)


אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.


באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite