Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 11:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 זאלן זייערע אויגן פינסטער ווערן, נישט צו זען, און זייער רוקן בויג אלעמאל אראפ. (תהלים סט, כג-כד.)

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 11:10
13 Referans Kwoze  

ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ;


ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.)


צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן.


ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.


און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג.


די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite