Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 11:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 11:1
17 Referans Kwoze  

זיי זענען עברים? איך בין אויך. זיי זענען ישראלים? איך אויך. זיי זענען אברהמס זאמען? איך אויך.


מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה;


וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן,


איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.


איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;


חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)


ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה!


דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite