Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 10:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.)

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 10:15
28 Referans Kwoze  

און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע;


און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום;


מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;


צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.


און יהושע/ישוע האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך.


און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.


ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.


דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;


און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען.


און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים,


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;


בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


אזוי זשע בין איך גרייט לויט מיינע מעגלעכקייטן אנצוזאגן די בשורה טובה אויך צו אייך אין רוים.


פלייסנדיק מיך אזוי, אנצוזאגן די בשורה טובה וואו משיחס נאמען איז נאך נישט געווען באקאנט, כדי איך זאל נישט בויען אויף אן אנדערנס יסוד,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite