Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 1:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן.

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 1:21
34 Referans Kwoze  

ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז,


און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.


און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.


ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


זאלן זייערע אויגן פינסטער ווערן, נישט צו זען, און זייער רוקן בויג אלעמאל אראפ. (תהלים סט, כג-כד.)


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


ווייל דאס וויסן פון ה׳ איז באקאנט געמאכט צו זיי, ווארום ה׳ האט עס זיי מגלה געווען.


און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.)


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


וויסנדיק, אז נישט מיט פארדארבלעכע זאכן, מיט זילבער אדער גאלד, זענט איר אויסגעלייזט געווארן פון אייער נישטיקן שטייגער לעבן, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן פון אייערע עלטערן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite