Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




רוימער בריוו 1:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 ווארום די אומזיכטבארע זאכן זיינע, זינט דער וועלטבאשאפונג, ווערן זיכטבאר דורך באשאפענע זאכן, (נעמלעך) זיין אייביקע קראפט און ג‑טהייט, כדי זיי זאלן זיין אָן א תירוץ:

Gade chapit la Kopi




רוימער בריוו 1:20
37 Referans Kwoze  

ווייל דאס וויסן פון ה׳ איז באקאנט געמאכט צו זיי, ווארום ה׳ האט עס זיי מגלה געווען.


זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק;


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד.


אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.


ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג‑טהייט קערפערלעך,


אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?


דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;


וועלכער איז דאס געשטאלט פון דעם אומזיכטבארן ג‑ט, דער בכור פון דער גאנצער באשאפונג;


וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן.


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


זייענדיק דעריבער פון ג‑טס אפשטאמונג, געשיקט עס זיך נישט (פאר אונדז) צו מיינען, אז די ג‑טהייט איז ענלעך צו גאלד אדער זילבער אדער שטיין, צו א בילד פון מענטשלעכער קונסט און דערפינדונג.


דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען.


כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.


ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—


פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.)


וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite