Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 9:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 9:4
15 Referans Kwoze  

און איך האב געזען, און אָט דאס לעמעלע איז געשטאנען אויף דעם הר ציון, און מיט אים הונדערט פיר און פערציק טויזנט, וועלכע האבן געהאט זיין נאמען און זיין פאטערס נאמען אויפגעשריבן אויף זייערע שטערנס.


און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.


און איך האב געהערט אזויווי א קול אינמיטן פון די פיר חיות זאגן: א מאס ווייץ פאר א דינר, און דריי מאס גערשטן פאר א דינר; און דאס אייל און דעם וויין זאלסטו נישט שעדיקן.


און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.


מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.


נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite