Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 9:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 זאגנדיק צום זעקסטן מלאך, וועלכער האט געהאט דעם שופר: בינד אויף די פיר מלאכים, וואס זענען געבונדן ביים גרויסן טייך פרת.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 9:14
12 Referans Kwoze  

און דער זעקסטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם גרויסן טייך, דעם טייך פרת; און זיין וואסער איז אויסגעטרוקנט געווארן, כדי עס זאל צוגעגרייט ווערן דער וועג פאר די מלכים פון דעם אויפגאנג פון דער זון.


און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן.


און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן.


נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים.


און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.


און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite