Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 8:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 8:13
12 Referans Kwoze  

דער צווייטער וויי איז אריבער; אָט קומט דער דריטער וויי אין גיכן.


דער ערשטער וויי איז אריבער; אָט קומען נאך צוויי ווייען נאך דעם.


און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק.


און איך האב געזען א מלאך שטיין אין דער זון, און ער האט געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן צו אלע פייגל, וואס פליען אינמיטן הימל: קומט, זאמלט אייך איין צו ה׳ס גרויסער סעודה;


און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט.


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד.


ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד.


און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.


צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite